וואָס גייט פאָר

א גרויסן יישר כח פארן מיר אויסהערן און ביטע נעמט אן מיין התנצלות ווייל איך בין בכלל נישט קיין שרייבער.

 

איינער האט מיר געוויזן דעם שאלות ותשובות וואס __ האט אריינגעשיקט ממילא פילן מיר א חיוב צי ענפערן אויף זיינע שרעקליכע שקרים וכזבים.

 

די צוויי _ ברידערס _ און _׳ האבן טריקן און פראסט געגזלט אונזער באליבטע שוהל און עס פארקויפט אן אונז זאגן א ווארט. איך דאוון אין דעם בית מדרש מער פין 25 יאהר. איך האב דארט געמאכט אלע מיינע שמחות וואס איז שייך און אלעס האט זיך געפירט זייער פיין. בערך 2 יאר צוריק האט זיך __ אריינגעריקט אין אונזער בית מדרש און ווי באלד דער פרעזידענט פין די שוהל איז געשטארבן איז __ געווארן גבאי, הגם ער האט רוב מאהל געדאוונט 3 בלאקס אוועק אין זלאזיץ אונז מתפללים האבן אייביג געהאט א gut feeling אז דער __ האט אן אגענדא און ער וויל עפעס דא.

 

איין שבת קודש פארן זומער קלאפט מען אויס אז די שוהל וועט זיין פארשפארט א גאנץ זומער… אונז די מתפללים זענען געווען שאקד און געפרעגט פארוואס פארמאכט מען די שול??? האָט מען אונז גענטפערט אז עס איז נישטא קיין געלט פאר לעקטער!? האבן א פאר יודן געאפערט אויסציצאלן פין פאראויס, האבן זיי געטוישט דעם תירוץ אז עס איז פשוט נישטא קיין מנין. האבן מיר געזאגט אז דאס איז א גלאטער שקר ווייל עס האט נאך קיינמאל פאסירט אז עס זאל נישט האבן געווען מנין.

 

בלית ברירה האט ער ארויס געמורמלט אז מען האלט אינמיטן פארקויפן די שוהל!! מיר מתפללים זענען געווארן שאקירט און עם געפרעגט פארוואס ער האט קיינעם גארנישט געזאגט, האָט ער גענטפערט אז סאיז געווען א צעטל אז סגייט זיין א מיטינג זינטאג, פארשטייט זיך ווען מזאגט אונז ווען פאראויס אז די מיטינג איז וועגן דעם קיום פינעם שוהל וואלטן מיר אלע געגאנגען! אבער אזוי ווי דער גאנצער סעיל פין די שוהל איז געווען במחתרת אזא פנים האט געהאט דאס רופן צי די מיטינג. ציריק צי פריער, פרעגן מיר __ , אז די האסט פארקויפט ווען גייט מען אראפווארפן די שוהל,,, ענפערט ער, ׳ס׳איז יאהרן אוועק׳. הכלל, מוצאי שבת איז א מתפלל ארויף אויף די סיטי וועב סייט און געזעהן נישט נאר איז שוין דער בית מדרש פארקויפט פאר זיין חבר משה אהרן קארפן נאר עס איז שוין דא א full demolition permit !!!

 

זייענדיג אויפגעברויזט אויף די מעשה נבלה האבן מיר פארלאנגט א מיטינג מיט __ , ביים מיטינג האט ער געדרייט מיט סתירות לגיונות און שקרים וכזבים ווער סאיז יא א מעמבער און ווער סאיז נישט קיין מעמבער, הכלל ער אונז ציגעזאגט אז אזוי ווי ער האלט אינמיטן ארויסטראסקען דעם רב הרב סאמעט (ער האָט עם געצווינגען צי רעזיינען) איז גייט מען מאכן א פאבליק מיטינג צי זוכן א נייע רב פאר די נייע שוהל. קארגע צוויי טעג נאכן מיטינג הערן מיר אז __ מיט 2 באורד מעמבערס זענען ארויף אויף א שיף מי דעם זלאזיצער רב און זיין גאנצע קהילה און אויפגענימען דעם זלאזיצער אלס רב אויף אונזער קהילה!!

 

מען האָט אונז נישט געפרעגט, גארנישט געזאגט, אלעס זענען מיר געוואויר געווארן דורך וואטסעפּ.  אונז אלע מתפללים האבן שרעקליך געברויזט  אויף די חוצפה  אבער וויסנדיג אז זיין חבר דער דעוועלאפער קארפן האט א סך געלט און מיר נישט האבן מיר פארביסן די ליפן מיט שרעקליכע שברון לב.

 

דער אייבישטער האט געהאלפן אז חב״ד האט געהערט אז מען גייט אראפווארפן דעם הערליכן היסטארישן שוהל אין וואס דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער מהרייץ זצ״ל האט געדאוונט א פאר מאל, האבן זיי מסכים געווען אונז ארויסציהעלפן און אונז מתפללים האבן געסיינט פאפירן וואס קלאגט דעים Attorney General און  __  נישט בכלל, פארן אפּראָוון דעם גזילת הציבור.

 

גלייך דערנאך האט זיך אנגהויבן א מבול פין טעראר און טעלעפאן קאלס פון סטראשען און נודזשען נאן סטאפ. לעצטע וואך האט ער געברענגט גארדס אין אונזער בית המדרש ווי אונז דאווענען שבתים ימים טובים ימים נוראים, דאס פלאץ ווי אונז מאכן ברית׳ן קדשים וכו. ועוד ידם נטויה

 

איז בעטן מיר ברחמים דעם יחיד המשתלט על הציבור, __  שאקל דיך אפ פין אונז, הער אונז אויפ צי באשמיצן, אויפהערן גזלנ׳ן אונזער בית המדרש, אונז אויפהערן מצער זיין.

 

די שוהל איז א הערליכע שוהל מיט מתפללים קבועים! אויב א ליידיגייער העצער, איז עס __ אליין! ער זאגט ער אז ער דאווענט בּיי אונז 7-8 יאהר….שקר וכזב!!  ער איז דארט קארגע 2 יאהר און אפילו די 2 יאהר איז ער אויך כסדר געלאפן קיין זלאזיץ ווייל דארט קען ער שיכור׳ן אויף וואדקע ביי מוסף.

 

עס איז ממש גניבה וגזילה! ער האט אוועקגעגעבן די שוהל פאר זיין חבר משה אהרן קארפן פאר א מיליון דאלער ווייניגער וואס אנדערע דעוועלאפערס זענען גרייט צי געבן.

 

ער אליינס טוט זיך אויף אז משה פריעדמאן גבאי איז זיין פעטער און ער איז א סאטמארע חיה. [מיר האבן דעם קליפ ווי ער אליין זאגט עס ביים מיטינג] מען קען אויך קלאר הערן ווי דער __ אליין זאגט אז אונזער שוהל איז א געשמאקע שוהל, איצט זאגט ער אז עס איז פיל מיט באמעס און העצערס און עס פאלט צוזאם……

 

מיר בעטן אייך ברחמים, אויב קענט איר אונז העלפן ראטעווען אונזער בית המדרש פון די גאפלען פונעם בולדאזער זענט איר מיט דעם מקיים א געוואלדיגע מצווה!

 

בברכת כתיבה וחתימה טובה
א יישר כח פארן אפדריקן דעם בריוו